הייקינד רופט גאווערנאר קואמא פולקאם צו שטיצן “עדיוקעישאן אינוועסטמענט טעקס קרעדיט אקט”
אין בריוו אדרעסירט צום גאווערנאר: “מיר דארפן דעם גאווערנאר זאל זיין א העלד פאר אלע קינדער פון ניו יארק… אינאיינעם, האבן מיר א מעגליכקייט צו מאכן עפּעס וואונדערליך פאסירן.”
מיט בלויז צוויי וואכן פארבליבן אין דעם יעצטיגן סעזאן אין די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור, איז אסעמבלימאן דוב הייקינד ארויסגעקומען מיט א שטארקן פארלאנג צום גאווערנאר ענדרו קאומא, אהנצופירן מיט די באמיאונגען און זיכער מאכן מען זאל באשטעטיגן דעם עדיוקעישאן אינוועסטמענט טעקס קרעדיט אקט וואס הייקינד זאגט איז קריטיש וויכטיג פאר זיינע קאנסטיטוענטן.
“דאס יאר א דאנק דיין פירערשאפט האט נ.י. סטעיט געהעכערט ערציאונג אויסגאבן מיט 1.1 ביליאן דאלער - א 5.3 פראצענט העכערונג - וואס מיר זענען שטאלץ דערמיט” זאגט אסעמבלימאן הייקינד אין אן אפענעם בריוו אדרעסירט צום גאווערנאר. הייקינד ווייזט אהן אז דער בודזשעט העלפט ניו יארקער אין מיט די ערשטמאליגע סטעיט פינאנצירטע יו.פי.קעי פראגראם מיט א פארפליכטונג צו אינוועסטירן 1.5 ביליאן דאלער אין לויף פון די קומענדיגע 5 יאר, ווי אויך איז געווען אן העכערונג פאר טשארטער סקול’ס סטודענטן “ניו יארק סטעיט האט האט געמאכט א קלאהר און הויעכע סטעיטמענט, מיר זארגן פאר די ערציאונג פון אונזער קינדער, און ערציאונג איז אונזער העכסטע פריאריטעיט” זאגט הייקינד, “אבער איין חלק פון פון די אייננוואינער אין ניו יארק סטיעט זענען געווארן ארויסגעלאזט, עלטערן וואס האבן אויסגעקליבן צו שיקן זייערע קינדער אין רעליגיעזע און פריוואטע שולעס, זענען נאך אלס אין געברויך פאר הילף.”
הייקינד צייכנט אהן אז נאך לאנגע יארן פון זוכן טעקס קרעדיטס פאר פריוואטע ערציאונג אינסטיטוציעס, עלטערן וואס האבן אויסגעקליבן צו שיקן זייערע קינדער אין רעליגיעזע און פריוואטע שולעס, האבן שוין געטוהן מער ווי זייער חלק אראפצונעמן דעם לאסט פון די מיו יארק סטעיט סקולס. “די געלט סומע וואס פריוואטע שולעס האבן געשפארט פאר די סטעיט איז באמת אסטראנאמיש” ערקלערט הייקינד, “און דער ביל וועט ערלויבן ניו יארק סטעיט עפעס צוריקצוגעבן פאר די דאזיגע עלטערן, און זיי צושטעלן די אזוי נויטיגע הילף וואס קומט זיך פאר די עלטערן, “עס איז מער ווי שכל’דיג, עס איז ריכטיג און יושר’דיג.”
הייקינד האט אהנגעצייכענט אז דער גאווערנאר איז דער העלד פאר די ערציאונג פון ניו יארקער קינדער - און ער האט שוין עפענטליך ערקלערט זיין שטיצע פאר דעם ביל. “יעצט דארף מען דער גאוערנאר זאל זיין א העלד פאר אלע קינדער פון ניו יארק,” זאגט הייקינד, “אונזערע קינדער זענען אונזער צוקונפט און מיר האפן אז זיי וועלן אויך בענעפיטירן פון ניו יארק’ס וויכטיגע שטעלונג אויף עדיוקעישאן דאס יאר. אינאיינעם, האבן מיר א מעגליכקייט צו מאכן עפּעס וואונדערליך פאסירן.”
- 0 Comments |
- June 10, 2014 |
- Leave a comment








0 Comments